אַ פֿילם לכּבֿוד דעם 80טן יובֿל
קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה דערציילן
Artikeln publicerades:
גלײַך נאָך דער צװייטער װעלט־מלחמה זענען אָנגעקומען אין באָראָס 600 ייִדן, די לעבנס־געבליבענע פֿון דעם חורבן. שטאַרק פֿאַראָרעמטע, שװאַכע, קראַנקע און מיט קאָשמאַרנע זכרונות פֿון זײַנען קרבנות פֿון אָסור־לדבר רישעות. אין דעם קומעדיקן פֿילם דערציילן די קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה זייערע געשיכטעס.
Denna text på svenska 80-årsfilmen
– אונדזערע עלטערן האָבן געדאַרפֿט אויפֿצובױען אויף ס׳נײַ דאָס לעבן – זאָגט סוזאַן שנײַדערמאַן־ריץ, די פֿילם־איניציאַטאָרשע. מיר װאָלטן געװאָלט דערציילן דעם קומעדיקן דור װאָסער באַטײַט דאָס האָט געהאַט.
מיר זענען אויפֿגעװאַקסן מיט אינטענסיװע קינדער־און־יוגנט־טעטיקײטן אין דעם ייִדישן פֿאַראיין אין באָראָס. איך מיין, אַז עס איז געװען טאַקע יוצא־דופֿן אין אַזאַ רעלאַטיװ קליינער געזעלשאַפֿט.
דער ייִדישער פֿאַראיין אין באָראָס איז געגרינדעט געװאָרן פֿון די שארית־הפּליטה, װעלכע זענען אָנגעקומען אין באָראָס נאָכן סוף פֿון דער צװייטער װעלט־מלחמה. במשך הײַיאָר האָט מען געפֿײַערט דעם 80טן יובֿל פֿון דעם ייִדישן לעבן, סײַ מיט אונטערנעמונגען אין קולטורהויז, סײַ מיט מאַכן אַ פֿילם. דעם קומעדיקן יאָר װעט מען אָפּהאַלטן די פּרעמיערע פֿונעם פֿילם.
– אונדזערע עלטערן האָבן געטאָן ממש אַלצדינג װאָס זיי האָבן נאָר געקענט טאָן, אַזוי אַז מיר, די קינדער, זאָלן האָבן האָפֿענונג אויף דער צוקונפֿט, דאָס איז געװען דאָס סאַמע װיכטיקסטע. זיי האָבן געלעבט מיט זייערע זכרונות, אָבער זיי האָבן זיך געסטאַרעט נישט ממשיך צו זײַן אין דער קרבנות־ראָלע – זאָגט סוזאַן שנײַדערמאַן־ריץ.
– זיי האָבן פֿאַרשטאַנען אַז זיי האָבן געװאָלט אָפּהיטן דאָס ייִדישע לעבן, די קולטור און די ייִדישע טראַדיציעס, און דאָס מאַמע־לשון, ייִדיש. זיי האָבן אויכעט פֿאַרשטאַנען, אַז אבי דאָס אויסצופּועלן, האָט מען עס באַדאַרפֿט טאָן אין איינעם, איז, האָבן זיי אַרײַנגעלייגט גרויסע כּוחות אַבי צו איבערגעבן אונדז, די קינדער, די ייִדישע טראַדיציעס און קולטור.
זי מאָליעװעט אַ בילד פֿון אַמאָליקן באָראָס, אין די פֿערציקער און פֿופֿציקער יאָרן: די שװעדישע רעגירונג האָט פֿאַרזיכערט אַז לעבנס־געבליבענע זאָלן קענען אָנקומען אין שװעדן, און זי האָט פֿאַרזאָרגט אַז אַ סך פֿון זיי זענען אָנגעקומען אין באָראָס, װײַל די שטאָט האָט זיך גענייטיקט אין אַרבעט־כּוח אין דער היגער טעקסטיל־אינדוסטריע. זי דערציילט פֿון אַ שטאָט װאָס האָט זיי אויפֿגענומען מיט אָפֿענע אָרעמס, און אַז די באָראָס־בירגערס קענען זײַן שטאָלץ פֿון זייער ברוך־הבא.
אַ סך פֿון די אָנגעקומענע האָבן זיך אײַנגעגרונטעװעט אין די נײַ־געבױטע קװאַרטאַלן: שעבאָ, טראַנדאַרעד, העדװיגסבאָרג, דאַמסװעדיאַן. דער ייִדישער פֿאַראיין אין באָראָס איז אין דער אמתן אַ װיכטיק טרעפֿאָרט – אי פֿאַר דערװאַקסענע, אי פֿאַר אַלע קינדער.
– עס האָבן געקענט זײַן 200 קינדער, מען האָט אַרויסגעקוקט זיך צו טרעפֿן שוין װען מען איז געשטאַנען אויף דער אויטאָבוס־סטאַנציע. מען פֿלעג טרעפֿן אַנדערע קינדער פֿון אַלע עק שטאָט. גאָר ווינציק פֿון אונדז האָבן געהאַט גרויסע משפּחות מיט עפּעס אַ באָבע־זיידע װאָס זענען געבליבן בײַם לעבן. אַז מען איז געװען געצוווּנגען צו מאַכן פּליטה, װערן די פֿאַרבינדונגען אין אַ גרופּע זייער שטאַרקע.
סוזאַן שנײַדערמאַן־ריצס עלטערן האָבן זיך געטראָפֿן װען זיי האָבן זיך אומגעקערט אין דער שטאָט װוּ זיי האָבן געהאַט געװױנוט פֿאַר די נאַצישע (ימח־שמם) אַרבעט־לאַגערן און טויטלאַגערן. ביידע זענען אויפֿגעװאַקסן אין לאָדזש אין פּױלן.
– שטראָמען מענטשן האָבן זיך אומגעקערט פּונקט אַזוי אין זייערע אָפּשטאַם־ערטער און געפּרוּװט צו געפֿינען קרובֿים אָדער פֿרײַנד, װעלכע האָבן איבערגעלעבט.
אָבער פּוילן איז נישט געװען קיין זיכער פּלאַץ פֿאַר די ייִדן. אירע עלטערן האָבן געהערט צו דער גרופּקע װאָס איז אַנטלויפֿן באַלד נאָך דעם, װען אַם ווייניקסטן 42 ייִדן זענען דערהרגעט געװאָרן אין אַ גװאַלדיקן אַנטיסעמיטישן פּאָגראָם אין דער שטאָט קעלץ. צו פֿוס, אונטערגעפֿאָרן, מיט אַ מאָל געכאַפּט אַ באַן, האָבן זיי זיך געלאָזט אויף מערבֿ.
– יעמאָלט האָבן די טאַטע־מאַמע זיך שוין אָנגעהויבן טרעפֿן און אין אַ פּליטים־לאַגער האָבן זיי חתונה געהאַט. אין דער זעלבער צײַט האָט מײַן טאַטע זיך דערװוּסט אַז דרײַ שװעסטער זײַנע זענען שארית־הפּליטה און זיי װױנען אין שװעדן. דאַן האָבן זיי דערלאַנגען אַן אַפּליקאַציע אויף רשות אַרײַנצופֿאָרן. אין יאָר 1947 האָבן זיי אָנגעהויבן אויפֿצובויען אַ נײַ לעבן אין באָראָס.
קינדװײַז, דערציילט זי, האָט זי געװוּסט אַז אירע עלטערן, און די ייִדישע חבֿרימס עלטערן, האָבן מיטגעמאַכט דאָס, װאָס די יענע עלטערן פֿון אירע פֿרײַנד און קלאַס־חבֿרים האָבן טאַקע נישט.
– אין דער היים איז די רייד װעגן דער געשיכטע בײַגעװען די גאַנצע צײַט. מיר, די קינדער, זענען נישט קיין עולם פֿאַר די געשיכטעס, נאָר מיר זענען אונדז אַזוי געזעסן און געצייכנט עפּעס און אונטערגעהערט די דערװאַקסענע רעדן.
דער פֿילם־פּראָיעקט האָט אונדז געגעבן אַ מעגלעכקײט צו שמועסן מיט די אַנדערע קינדער פֿון שארית־הפּליטה.
– דאַן פֿאַרטיפֿן מיר זיך אין אונדזערע עלטערנס געשיכטע, װאָס האָט גענייט דײַנע עלטערן אַהערצוקומען קיין באָראָס? עס איז אונדז אַ טרייסט אַז מיר קענען באַשטעטיקן די זכרונות פֿון יענע. אָט אַזוי װעבן מיר צוזאַמען אונדזער געשיכטע.
איבערגעזעצט פֿון קאַטקאַ מאַזורטשאַק.

אַ גרויסער עולם אין שעמאַרקען. אַן אַסיפֿה צו גרונדעװען דעם ייִדישן פֿאַראיין אין באָראָס
Om du har frågor kontakta:
E-post:
Telefon:
Ändrad av: